װער מיר זײַנען
װעגן אונדז
ייִדישלאַנד קאַליפֿאָרניע איז אַ שלעפּנדיקער קולטורצענטער און מוזעאום. מיר פֿאַרבעטן אַלע מענטשן און פֿעלקער, יונג און אַלט, אָנטײל צו נעמען אין די כּלערלײ פּראָגראַמען אונדזערע. אונדזער באַרוף איז אױפֿצוהיטן און צו פֿאַרשפּרײטן ייִדישע קולטור און שפּראַך אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן און אַרום דער װעלט, אַלע זאָלן קענען אָפּשאַצן און געניסן פֿון מאַמע־לשון. מיר אָרגאַניזירן שׂימחות און לעקציעס, פֿאָרשטעלונגען און אױסשטעלונגען, רעפֿעראַטן און קאָנצערטן, און אַ סך מער. מען קאָן זיך מיט אונדז טרעפֿן אין סאַן־דיעגאָ און אין באַהאַ קאַליפֿאָרניע, װי אױך דורכן אינטערנעץ, אױפֿן זום. אונדזערע אַרטיסטן און רעדנער זענען גרײט צו קומען צו גאַסט בײַ אײַך אױך!
אונדזער לאַנג־משכדיק פּרױעקט איז צו שאַפֿן אַ מיניאַטור־שטעטל מיט גאַסט־צימערן און אַ לעבעדיקער, פּערפֿאָרמאַטיװער מוזעאום, װוּ מיר װעלן אונטערנעמען ייִדישע רעטריטן און שפּראַך קורסן, װי אױך טעגלעכע, חודשלעכע און יערלעכע קולטורעלע פּראָגראַמען פֿאַרן פּובליקום און פּריװאַטע מענטשן.
שרײַבט אונדז: info@yiddishland.ca
שטיצט אונדז׃ ייִדישלאַנד קאַליפֿאָרניע איז געשאַפֿן געװאָרן דורך יאַאַאַנאַ (Yiddish Arts and Academics Association of North America), װאָס איז אַ נישט־פּראָפֿיטיקע אָרגאַניזאַציע און מען קאָן אײַער שטיצע אָפּרעכענען פֿון די שטײַערן. EIN # 85-2064877
אונדזער פֿיזיקאַלער אַדרעס װעט הײסן ייִדישלאַנד קאַליפֿאָרניע.
אונדזערע פּלענער
אַן אַרומנעמיקע, שטעטל־אינספּירירטע, פֿיל־דורותדיקע קהילה סײַ פֿאַר דער היגיקער קהילה סײַ פֿאַר טוריסטן.
די געמישטער־באַנוץ קהילה װעט האָבן זעקס װױנערטער, זעקס גאַסט־צימערן, און אַ מוזײ. מיר װעלן פֿירלײגן טאָג־טעגלעך קלאַסן אין דער ייִדישער שפּראַך, וואכלעכע זיצונגען און חודשלעכע ספעציאלע שימחות. דרײַ מאָל אַ יאָר, װלען מיר אויפֿנעמען תּלמידים פֿון אַלע דורות אָנטײלצונעמען אין אונדזערע אינטענסיװע װינטער,פֿרילינג און זומער פּראָגראַמען.
װאָס װעט קומען מאָרגן?
מיר װעלן שאַפֿן אינטערעס און געלט כּדי מקיים צו זײַן אונדזערע פּלענער.
מיר װאָלטן אײַך געװאָלט פֿאַרבעטן אױף דער געלעגענהײַט אונדז אונטערצושטיצן צו קױפֿן אַ לאַנד פֿאַר אונדזער איניציאַטיװ.
פֿון די װײַטערדיקע בילדער (און פֿון דעם װידעאָ אױבן אָן) קען מען כאַפּן אַן איבערבליק פֿון אונדזער חזיון פֿון ייִדישלאַנד.